קערפּונקטן אין דער ייִדישער געשיכטע, קולטור און שפּראַך
דער ערשטער קאַליפֿאָרניער סימפּאָזיום פֿאַר ייִדישיסטיק װעט פֿאָרקומען דעם 3טן און 4טן מײַ 2027 אין קאַליפֿאָרניער אוניװערסיטעט, בױרקלי, אונטער די פֿליגל פֿונעם צענטער פֿאַר ייִדישע לימודים.
די טעמע פֿון סימפּאָזיום איז: קערפּונקטן אין דער ייִדישער געשיכטע, שפּראַך און קולטור. די רעפֿערענטן װעלן פֿאָרשטעלן אָריגינעלע פֿאָרשונגען איבער גורלדיקע געשעענישן און װיכטיקע טעקסטן, װעלכע שטעלן מיט זיך פֿאָר מאָמענטן פֿון איבערבראָך און באַנײַונג אין דער געשיכטע פֿון ייִדיש־רעדנדיקן ייִדנטום.
דער סימפּאָזיום איז אָפֿן פֿאַר אַלע סטודענטן, פֿאָרשערס און ייִדיש־ליבהאָבערס פֿון דער ברײטערער קהילה. אַלע סעסיעס װעלן דורכגעפֿירט װערן אױף ייִדיש. אַרײַנטריט איז אומזיסט, אָבער מע דאַרף זיך רעגיסטרירן אין פֿאָרױס.
נאָכן סימפּאָזיום װעט מען אַרױסגעבן די רעפֿעראַטן אין אַ זאַמלבוך, קאַליפֿאָרניער ייִדישיסטיק, אונטער דער רעדאַקציע פֿון פּראָפֿעסאָר אײַזיק בלימאַן. אינפֿאָרמאַציע פֿאַר די מחברים קען מען געפֿינען אױף אַ באַזונדער בלעטל.
די רעדנערס
-
שמואל קאַסאָװטריניטי־קאַלעדזש
-
דוד־הירש ראָסקעסייִדישער טעאָלאָגישער סעמינאַר
-
אײַזיק בלימאַןקאַליפֿאָרניער אוניװערסיטעט, בױרקלי
-
קלמן װײַזעריאָרק־אוניװערסיטעט
-
בנימין מאָסשיקאַגער אוניװערסיטעט
-
חיה־רחל נאָװעפֿאָרדהעם־אוניװערסיטעט
-
גבֿריאלה סאַפֿראַןסטענפֿאָרד־אוניװערסיטעט
-
צירל קוזניץבאַרד־קאַלעדזש
-
מיכאל קרוטיקאָװמישיגענער אוניװערסיטעט
רעגיסטרירונג
אַרײַנטריט איז פֿרײַ און אָפֿן פֿאַר אַלעמען, אָבער מע דאַרף זיך רעגיסטרירן אין פֿאָרױס.
לאָגיסטישע פּרטים
דער סימפּאָזיום קומט פֿאָר אין דװינעל־האָל (Dwinelle Hall), אין צימער 370, װאָס געפֿינט זיך אױפֿן אײבערשטן גאָרן פֿון בנין.
דער צימער איז צוטריטלעך מיט אַ ליפֿט. טאָמער האָט איר אַנדערע באַדערפֿענישן לגבי צוטריט קענט איר אָנשרײַבן אײַזיק בלימאַנען.
פֿון דער BART־סטאַנציע „Downtown Berkeley“ קען מען אָנקומען אין דװינעל־האָל אין משך פֿון 15 מינוט. (אָבער מע דאַרף גײן באַרג־אַרױף.)
אין שטאָט בױרקלי זענען דאָ ערטער צום פּאַרקירן אױף דער גאַס, אָדער אױף 2 שעה, אָדער אױף 8 שעה, מיט אַן אָפּצאָל. דער אוניװערסיטעט פֿאַרמאָגט אױך גאַראַזשן, װאָס טײל פֿון זײ זענען אָפֿן פֿאַר געסט (למשל, געװיסע ערטער אין דעם גאַראַזש אונטערן Recreational Sports Facility); גיט אַ קװעטש אױף דעם לינק פֿאַר אינפֿאָרמאַציע.
בשעת דעם סימפּאָזיום װעט מען סערװירן קאַװע פֿאַר רעפֿערענטן און רעגיסטרירטע געסט. מיטאָג װעט מען סערװירן נאָר פֿאַר די רעפֿערענטן.
דער קאַמפּוס איז אַרומגערינגלט מיט רעסטאָראַנען, װוּ מע קען עסן אַ געשמאַקן מיטאָג. פֿון דװינעל איז דער נאָענסטער קאַפֿע, ממש אױפֿן קאַמפּוס, PRESS. דאָרט קען מען קױפֿן שניטקעס און סאַלאַטן (פֿון פֿריִער אײַנגעפּאַקטע).
אָרגאַניזאַטאָרן און שטיצערס
דער פּראָגראַם־קאָמיטעט באַשטײט פֿון פּראָפֿ׳ אײַזיק בלימאַן (לינגװיסטיק; הױפּט־אָרגאַניזירער), פּראָפֿ׳ יאַנקל עפֿרון (געשיכטע), פּראָפֿ׳ רוני מזל (פֿאַרגלײַכיקע ליטעראַטור) און ד״ר שׂרה־מרים פֿעלדמאַן (דײַטש).