פֿאָרמאַט פֿון די רעפֿעראַטן
לענג און שפּראַך
רעפֿעראַטן: 30 מינוט, פּלוס 10 מינוט פֿאַר פֿראַגעס
הױפּט־רעפֿעראַטן: 45 מינוט, פּלוס 15 מינוט פֿאַר פֿראַגעס
אַלע רעפֿעראַטן װעלן זײַן אױף ייִדיש.
הױפּט־רעפֿעראַטן: 45 מינוט, פּלוס 15 מינוט פֿאַר פֿראַגעס
אַלע רעפֿעראַטן װעלן זײַן אױף ייִדיש.
ליכטבילדער
אױב איר װעט ניצן אַ „פּאַוערפּױנט“ (צי גוגל־סלײַדס), שיקט דאָס אַרײַן אין פֿאָרױס.
עסן
קאַװע און געבעקסן װעט מען סערװירן בײדע טעג.
פֿאַר די סימפּאָזיאַנטן װעט מען צושטעלן מיטאָג און װעטשערע מאָנטיק, און אַ געזעגן־מיטאָג דינסטיק.
ברירהדיק
שפּאַצירן אין מאַגנעס־מוזײ 14:30 דינסטיק; אַ טור אױף ענגליש 15:00–16:00
דאָס זאַמלבוך
קאַליפֿאָרניער ייִדישיסטיק
California Yiddish Studies
אַלע רעפֿעראַטן, װאָס מע װעט לײענען אױפֿן סימפּאָזיום, װעלן אַרױסגעגעבן װערן אין אַ זאַמלבוך. דאָס זאַמלבוך װעט אַרױס אונטער דער השגחה פֿונעם צענטער פֿאַר ייִדישע לימודים, און מע װעט קענען באַשטעלן עקזעמפּלאַרן (פֿאַרן אײגענעם באַנוץ, פֿאַר ביבליאָטעקן, װי מתּנות וכו׳) פֿון UC Press.
מיט אַ האַלב יאָר שפּעטער װעט מען אױך קענען לײענען דאָס זאַמלבוך אומזיסט װי אַ דיגיטאַלישע פּובליקאַציע אױף eScholarship. די מחברים װעלן האַלטן דאָס דרוקרעכט פֿאַר די אײגענע קאַפּיטלען, אָבער דאָס גאַנצע בוך װעט אַרױסגײן אונטער אַן אָפֿענער ליצענץ (CC BY-NC-ND).
פּרטים
לענג פֿון די
כּתבֿ־ידן
כּתבֿ־ידן
3,000 ביז 5,000 װערטער; הױפּט־רעפֿעראַטן ביז 7,000
הערות רעכענען זיך נישט אַרײַן אין דעם מאַקסימום.
שפּראַך
ייִדיש — אָדער אין אַלף־בית, אָדער אין טראַנסליטעראַציע
מע װעט דאָס פֿאַר אײַך איבערשרײַבן אין אַלף־בית.
אַנדערע צוגאָבן
אַ קורצע ביאָגראַפֿיע פֿון (2–3 זאַצן) אױף ייִדיש;
אַ טיטל און
אַ קורצע באַשרײַבונג פֿונעם קאַפּיטל (אױך 2–3 זאַצן) אױף ענגליש
ביבליאָגראַפֿישע אָפּשיקן
שיקאַגער סטיל; בלױז מיט הערות, אָן אַ באַזונדערער ביבליאָגראַפֿיע
צײַטפּלאַן
1טן פֿעברואַר 2027
טענטאַטיװער טיטל מיט אַ קיצור
1טן אַפּריל 2027
ערשטער נוסח פֿונעם רעפֿעראַט
טאָמער װילט איר אַז אַ פּראָפֿעסיאָנעלער רעדאַקטאָר זאָל איבערקוקן אײַער ייִדיש, שיקט אַרײַן דעם טעקסט ביזן 15טן מאַרץ.
3טן–4טן מײַ 2027
דער סימפּאָזיום
1טן יולי 2027
לעצטער נוסח פֿונעם כּתבֿ־יד
זומער 2027
רעדאַקציאָנעלע רעװיזיע, קאָרעקטור און טיפּאָגראַפֿישע צוגרײטונג
האַרבסט 2027
די מחברים קוקן איבער די קאָרעקטורן און דערלאַנגען תּיקונים
סוף 2027
דאָס זאַמלבוך גײט אַרױס אין דרוק
זומער 2028
דאָס זאַמלבוך גײט אַרױס דיגיטאַליש אױף eScholarship